Тёмный

R' Yoel Roth - Music Video - שלום און ליבשאפט 

breslev center
Подписаться 6 тыс.
Просмотров 4,8 тыс.
50% 1

R' Yoel Roth - Music Video - שלום און ליבשאפט
Visit Our Website ~ www.breslevcen...
איר קענט האבן די געוואלדיגע זכות פון ארויסהעלפן די ישיבה
secure.cardkno...

Опубликовано:

 

15 окт 2024

Поделиться:

Ссылка:

Скачать:

Готовим ссылку...

Добавить в:

Мой плейлист
Посмотреть позже
Комментарии : 15   
@Yoel-Roth
@Yoel-Roth Год назад
- הער אויף מעסטן דיין ווייב אויב זי איז אזוי גוט ווי דיין מאמע: בעזרת ה' יתברך יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן לכבוד ... נרו יאיר איך האב ערהאלטן דיין בריוו. טייערער ברודער, הארציגער חבר, איך בעט דיר זייער האב סבלנות אין שטוב, טענה נישט מיט דיין ווייב, און אז זי שרייט אויף דיר און זי זידלט דיר - זאלסטו חס ושלום ענטפערן, נאר שווייגן און מקבל זיין אלעס באהבה. הער אויס וואס טוט איר וויי, און אז זי שרייט אז דו קומסט אהיים שפעט פון הפצה - זאלסטו זיך נישט אויסלאכן, זאלסט אהיים קומען פריער. יעצט איז זי מיט פיצלעך קליינע קינדער - איז איר זייער שווער אז דו קומסט אהיים שפעט. שפעטער אין לעבן, ווען דו וועסט האבן גרויסע קינדער - וועסטו קענען קומען אביסל שפעטער, עס וועט איר זיין גרינגער אן דיר. דאס וואס דו שרייבסט מיר אז דו האסט קיינמאל נישט געהערט דיין טאטע מאמע שרייען און נאר נאך דיין חתונה האסטו דאס געזען ביי דיין שוויגער וכו' און יעצט מיט דיין ווייב וכו'; זוך נישט אז דיין ווייב זאל זיין אזוי ווי דיין מאמע, הער אויף מעסטן דיין ווייב אויב זי איז דיר אזוי גוט ווי דיין מאמע. דיין ווייב איז זייער א טייערע פרוי, און אז זי שרייט - איז א סימן אז עפעס טוט איר וויי, זאלסטו איר אויסהערן. מען ווערט נישט א מענטל-קעיס אויב מען שרייט אדער מען פארלירט זיך וכו'; אז זי האט צעבראכן דיין טעלעפאן מוז זיין אז עפעס שטארק באדערט איר, זי האט זיך פארלוירן און צעבראכן דיין טעלעפאן וכו'. בעט איר איבער, רעד צו איר שיינע ווערטער. געב איר צייט; געב איר צו שפירן ווי זי איז דיר זייער טייער. איך קום בקרוב קיין ארץ ישראל, איך וועל רעדן מיט דיר פערזענליך. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
@Avrumy_Samet_Offical
@Avrumy_Samet_Offical Год назад
Really beautiful ❤️💓🥰🥰🥰❣️🥰🥰🥰
@Ligthningpeace
@Ligthningpeace 8 месяцев назад
Very good!
@Franco_DelaVega
@Franco_DelaVega Год назад
ב"ה 💙
@גביפרץ-ב2ב
@גביפרץ-ב2ב Год назад
יישר כח
@andrii5178
@andrii5178 8 месяцев назад
👍
@carmengonzalez5121
@carmengonzalez5121 Год назад
👏🏼
@R.YoelRoth
@R.YoelRoth Год назад
ברענג אהיים א גוטע זאך, פרייליך צו מאכן דיין ווייב: בעזרת ה' יתברך יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן לכבוד ... נרו יאיר טראכט וואס דו קענסט אהיימברענגען עפעס א גוטע זאך, פרייליך צו מאכן דיין ווייב. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען גוטע זאכן וואס זי האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ", פלעגט ער דאס איר שיין איינפאקן, "וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", און איר אהיימברענגען, האט רב געפרעגט רבי חייא: "פארוואס ברענגסטו איר אייביג גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?" האט רב חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ, שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", מיר איז גענוג אז זי ציט אויף די קינדער, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ראטעוועט מיך פון עבירות. מוהרא"ש פלעגט מדייק זיין, 'פון וועם רעדט מען דא? מען רעדט דא פון דעם הייליגן רבי חייא, וואס דער מלאך המות האט נישט געהאט קיין שליטה אויף אים; ווען עס איז געקומען די צייט ער זאל אוועקגיין פון דער וועלט האט ער אים נישט געקענט בייקומען, מען רעדט דא פון מלאכי מעלה, דאך זעט מען ווי זיי האבן אזוי אכטונג געגעבן אויף שלום בית, איז דאך כל שכן אונז, אז מיר דארפן אכטונג געבן מכבד זיין די ווייב וואס היט אונז פון עבירות און איז מגדל די קינדער'...
@Yoel-Roth
@Yoel-Roth Год назад
אין שטוב זאל זיין שלום, וואס מען רעדט אינדרויסן זאל נישט אנגיין: בעזרת ה' יתברך יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן מרת ... תחי' איך האב ערהאלטן אייער בריוו. אז אייערע חברט'עס בארעדן אייך - איז דאס בלויז קנאה, מען איז אייך מקנא; ווייל ווער עס רעדט אויף א צווייטן - איז דאס בלויז קנאה. מאכט זיך נישט וויסנדיג, איר זאלט גיין ווייטער מיט אייער שיינע לעבן, בויט אייער שיינע נעסט, לעבט ווייטער באהבה אחוה שלום וריעות מיט אייער מאן. עס זאל אייך נישט אינטערעסירן וואס אנדערע זאגן, וואס אנדערע טראכטן; דאס האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איך זאל צילן אז אין שטוב צווישן מאן און ווייב זאל זיין שלום, און וואס מען רעדט אינדרויסן - זאל נישט אנגיין. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
@גביפרץ-ב2ב
@גביפרץ-ב2ב Год назад
אפשר מילים ביידיש?
@chrisreed3572
@chrisreed3572 Год назад
Rev 2:9 o/
@serdip
@serdip Год назад
ווען א איד רעדט איידל און שיין סיי אויף דער גאס און אויך אין דער היים אזוי טוט ער זיין אידישע פליכט און דערמיט עס שיינט א ג-טליכער ליכט ווען א איד פירט זיך שטענדיג רוהיגערהייט און באמיהט זיך פארמיידן יעדן נארישע פייט לעבט ער שוין אין פרידן מיט יעדן באשעפעניש און ווערט בכבוד איינגעלאדן צו יעדן איינעם’ס טיש ווען א איד בעט זיך צו אונזער מעכטיג’ן ג-ט און באדאנקט אים פון הארצ’ן אויף אלעס וואס ער האט דעמאלס קען ער לעבן מיט אן עכטע שמחת החיים און וועט ער געבענטשט אויף אייביג בכפלי כפליים
@Ligthningpeace
@Ligthningpeace 8 месяцев назад
That is blessed words! So nicely put thank you I'm glad I could read this
@serdip
@serdip 8 месяцев назад
@@Ligthningpeace יישר כחך פאר'ן ליינען מיינע ווערטער
Далее
Part 5. Roblox trend☠️
00:13
Просмотров 3,1 млн
When Khabib dropped Conor McGregor 👀 #nocommentary
00:59
A Sheina Shteeb
7:32
Просмотров 1,1 тыс.
Rabbi Yoel Roth - How can I become a happy person?
2:35
Avraham Fried - OhToToh
3:49
Просмотров 5 млн